Keren Yesomim
cause

דער קאמפיין איז אונטער די אויפזיכט פון הרה"ג ר' אברהם צבי הלוי וואזנער שליט"א אב"ד קהל יטב לב דסאטמאר מאנסי אין הרה"ג ר' אשר אדלער שליט"א אבד"ק סערעדנא

Tragic Petira of Lipa Freidrich Z”L of Monsey. He was 39.

The Niftar was a perfectly healthy young man with no prior medical condition. He tested positive for COVID-19 three days ago and was in isolation at home.

This morning he had severe shortness of breath and Monsey Hatzolah was called. Paramedics intubated him and he was placed on a respirator at Good Samaritan Hospital. Unfortunately, he was Niftar 2 hours later.

The Niftar was part of the Satmar Kehilla in Monsey. He drove a bus for Parnasah.

Tragically, he leaves behind a wife and 11 children – the youngest just 5 weeks old.

Chanania Yom Tov Lipa Z”L was the son of of Reb Moshe Freidrich.

Boruch Dayan Ha’Emmes….

כלל ישראל איז צושאקלט! פון דעם "קאראנע וויירוס" קרבן

פון די פלוצים'דיגע פטירה פון דעם גאלדענעם אינגערמאן הר"ר ליפא פרידריך ע"ה, ב"ר משה הי"ו פון מאנסי , נאכ'ן ווערן שווער באטראפן פון די קאראנע וויירוס, וועלכע האט ביי זיין פאל אויסגעקלאפט גאר שווער, און האט אים אוועקגעריסן פון דער וועלט אונעם אינגען עלטער פון בלויז 39 יאר, אן ליידן פון סיי וועלכע געזונטהייט פראבלעם.

ר' ליפא, דער באליבטער טאטע, דער געשמאקער חבר, דער אינהאלטפולער עובד ה' ועושה מלאכתו באמונה, איז ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז, איבערלאזנדיג 11 קינדערלעך אין שטוב, פארוויינט, פאר'צער'ט, צושאקלט און דערביטערט. אוי, טאטע וואו ביסטו, די אינגסטע בלויז 5 וואכן אלט!

מיר קענען זיי נישט טרייסטן. לאמיר זיי אבער מחזק זיין! לאמיר זיי זאגן: ענק בלייבן נישט אויפ'ן וואסער! כלל ישראל וועט ענק אינזין האבן, און אויפשטעלן פאר ענק א שטארקע "קרן יתומים"!!!

ביטע, עפנט אייער הארץ פאר די צוריסענע הערצער, און זייט מנדב וויפיל איר קענט, און דער "אבי היתומים" וועט אייך אפהיטן מכל צרה ומחלה, אייך און אייערע בני בית, ביז מיר וועלן שוין בקרוב ממש גיין קעגן משיח צדקינו, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים.

Recent Donations

effective amount

Be the first to donate to this cause