ראטעוועט מיין חבר
cause

איך האב די וואך געטראפן מיין חבר, א טייערע אינגערמאן וואס מוטשעט זיך זייער מיט פרנסה. ער האט זיך פאר מיר אויסגערעדט אז זיין באלעבאס האט זיך פארמאכט. נאכ'ן זיך מוטשענען אפאר יאר און דרייען מיט חובות האט ער ענדליך געטראפן א גוטע דזשאב אין א מוסד א יאר צוריק, וואס האט געמאכט אז ער זאל ענדליך קענען קאווערן. יעצט האט יענע ברענטש פון די מוסד זיך פארמאכט, און זיי זענען אים געבליבן שולדיג אפאר טויזנט דאלער. פאר אסאך מענטשן איז אפאר טויזנט דאלער קליינגעלט, אבער פאר איינער ווי אים קען עס מיינען נאכאמאל ווערן אריינגעשלעפט אין חובות, נישט באצאלן לעקטער בילס, נישט קענען איינקויפן אין גראסערי וכדומה. פאר ער האט געוואוסט אז ער האט פארלוירן זיין דזשאב האט ער געגעבן פאר די לענדלארד א טשעק אויף די קומענדיגע וואך ווען ער האט שוין געדארפט צו האבן די געלט, און יעצט האט ער נישט קיין איינונג וויאזוי דאס צו דעקן. ער לעבט זייער א שפארזאמע לעבן, און פון ווען ער האט געהערט אז ער האט פארלוירן די דזשאב האט ער נאכנישט אויסגעגעבן קיין פעני! נישט אין גראסערי, נישט אין פרוכט סטאר, ער קויפט גארנישט! ער דארף יעדע דאלער צו קענען דעקן די רענט טשעק. ער זאגט מיר אז ער האט שוין א נייע דזשאב, אבער עס הייבט זיך אן אין אפאר וואכן ארום, און ער ווייסט נישט וויאזוי ער וועט קענען דורכשטיפן די פאר וואכן. ער האט שוין גערעדט מיט די צענטראלע אפיס פון די מוסד, אבער זיי טענה'ן אז עס האט גארנישט מיט זיי. ער איז ממש פארלוירן. יעצט האט ער נאך אביסל עסן אין שטוב, אבער ווען עס לאזט זיך אויס וועט ער פשוט הונגערן! איך האב זיך געבעטן ביי אים ער זאל נעמען צדקה, איך האב אים צוגעזאגט צו שאפן די געלט. ער וויל אבער נישט הערן דערפון בשום אופן. ער האט נאך קיינמאל נישט גענומען פון צדקה און ער וויל ווייטער נישט נעמען. איך האב גע'טענה'ט אז די מוסד וואס האט אים געדארפט צאלן האט דאך גענומען זייער געלט פון צדקה, סוי איך שאף צדקה פאר די מוסד, וואס צאלט אים. דעיס האט ער שוין מסכים געווען, אבער נאר די עמאונט וואס די מוסד איז אים שולדיג. איך האב נישט קיין פראטעקציע ביי גבירים, אבער איך האב שוין געזען די ברייטהארציגקייט פון די אייוועלט חברים, האב איך באשלאסן צו מאכן א קאמפעין אויף אייוועלט צו שאפן די געלט, און ווי נאר מען דערגרייכט די ציל פון $3000 וועט מען סטאפן די קאמפעין.

אלזא טייערע אידן, רופטס ענק אן ווארים, און די זכות פון ראטעווען א משפחה פון אריינפאלן צוריק אין חובות און/אדער הונגערן כפשוטו וועט אייך זיכער באגלייטן לעולמי עד.

Recent Donations

effective amount

Be the first to donate to this cause