Hachnosas Kallah
cause

בס"ד

בצער רב טייל איך מיט די נישט גוטע בשורה, איבער די פטירה פון מיין חשובע קרוב מוה"ר שמואל דוב ב"ר שלמה יעקב זילבער ע"ה, וועלכע האט נעכטן דינסטאג אויסגעהויעכט זיין נשמה אין עלטער פון 62 יאר, נאכן אדורך גיין שווערע יסורים. ער איז געווען זייער א חשובער איד און א כבוד פאר אונזער משפחה. תנצב"ה.

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

זעט דא די בריוו וואס מיר האבן געהאט ארויסגעשיקט אין לויף פון די לעצטע וואכן. ס'איז דא א כלה אין שטוב און מ'דארף איר יעצט פירן אונטער די חופה, ס'איז נישט דא קיין פרוטה, די גאנצע עול ליגט אויף די אלמנה.

*

טייערע ידיד לאמיר צוגיין גלייך צום ענין!

מיין קרוב איז שוין נישט געזונט זייט פסח, ער און די בני בית זענען געלאפן פון איין דאקטאר צום צווייטן, מ'האט נישט געקענט כאפן זיין פראבלעם.

געווען איז עס בעפאר די הייליגע טעג העעל"ט ווען מ'האט מען אים דיאגנאזירט אויף עטליכע פלעצער אויף זייער א שווערע אופן.

מ'האט אים נישט געגעבן קיין שאנסן אין קאנאדא, אלע עסקנים האבן געהאלטן, אז מען דארף אים זאפארט אריבער ברענגען קיין אמעריקע.

לאמיר זיך האלטן אויפ'ן ליניע, בלויז מיט פאקטן.

דער איד א בן שישים - א צדיק פון א אינגערמאן, וואס איז כל ימיו געווען א נהנה מיגיע כפו, האט שוין נישט באצאלט זיין גראסערי ביל, זיין שכר לימוד, זיין ליעס, זיין טעלעפאן ביל, זיין יוטיליטי ביל, זייט פסח.

ער איז ליידער טאטאל נישט געזונט און איז א גאנצן טאג אין שטוב, ס'איז נישט דא קיין פרוטה אין הויז אויף פשוט'ע מינימאלע באדערפענישן.

די הוצאות הרפואה זענען למעלה מראש, די טרענפער אליין קיין אמעריקע האט געקאסט צוואנציג אלפים, וואס איז געווען געבארגט.

ואלה מוסיף על הראשונים.

דער איד, שטייט איצט פארן חתונה מאכן א קינד אין אכט וואכן ארום, און פארשטייט זיך ס'נישט דא קיין פעני אויף צו חלומ'ען פאר הוצאות החתונה.

די כלה איז פאריגע וואך ארויסגעגאנגען איינקויפן פארן חתונה מיט איר מאמע, נאך א שעה זענען זיי צוריק אהיים געקומען פון לי עוועניו, ווייל ס'נישט געווען קיין געלט צו ענדיגן די שאפינג.

איר ווילט וויסן מער עכט?! די מעשה גייט אזוי.

די כלה וואס שטייט אכט וואכן פאר איר חתונה, האט גענומען "פיקטשערס" פון די כלה קלייד און מעבל - ווייל צו באשטעלן דארף מען דאך געבן א דיפאזיט... וואס דאס האט די מאמע אויך נישט געהאט!!! - אזוי אז ווען מ'וועט עס קענען באשטעלן וועט מען שוין וויסן פונקטליך וואס מ'דארף...

פיקטשערס פארן חתונה איז שוין דא... לאכט נישט, וויינט....

נאכאמאל, דאס איז נישט קיין גוזמא. ס'איז ליידער א שוידערליכע פאקט!!!

טייערע ידיד!!!!

די טאטע וויינט, די מאמע וויינט, א טייערע חשובע בת ישראל א כלה חשובע וצנועה וואס דארף גיין בקרוב צום חופה וויינט!!!

קיין ספק אז די שכינה הקדושה וויינט מיט מיט זיי!!!

נעמט און אכט, אז חוץ די בנוסף'דיגע הוצאות החתונה, איז פשוט נישט דא די טעגליכע באדערפענישן, ס'נישט דא קיין "גראסערי געלט."

איך בעט אייך בכל לשון של בקשה, מעומק הלב:

"טוט צום זאך, ס'ווייפט אייער קארד"!!!

כ'בעט נישט פון אייך קיין פעיזש אין די זשורנאל, כ'בעט אויך נישט איר זאל קומען צום אן עלעגאנטע מסיבה לכבודי.

כ'בעט אייך איין זאך: "האט רחמנות אויף א אידישע טאטע, מאמע און כלה וואס זענען שרוי בצער!!!!"

די זכות פון העלפן נישט געזונטע, העלפן ארימע און די גרויסע מצוה פון הכנסת כלה, וועלן אייך ביישטיין צו זען נחת ביי אייך אין שטוב ביז די הונדערט און צוואנציג!!!

געב א גוטן סווייפ!!!

ס'זאל קלינגען און מאכן א רעש אויבן אין הימל...

ידידך לנצח

With pain am I sharing with you the terrible news about my close relative’s R’b Shmeil Dov B”R Shloima Yakov just 62 years old what passed away after going thru a lot of pain.

*

Dear friends,

My close relative’s been sick since Yom Tov Pesach. He and his wife visited many doctors, but they didn’t find the cause of his illness.

Right before the Yomim Noraim, he was diagnosed with advanced stage cancer in several areas in his body.

In Canada, where he lives, they gave him six weeks to live. All askanim agreed that he should go to America immediately for treatment.

He is in his sixties. He is very righteous - a true tzaddik. He has always worked hard and lived within his budget; but he hasn’t been able to pay his grocery bill, tuition, lease, or telephone & utility bill since Pesach. There is no money even for basic necessities.

The cost of treatment is astronomical. Just the trip to America cost twenty-thousand dollars, which they borrowed.

Additionally, he is marrying off his daughter in just eight weeks. There is no money to pay for the wedding!

Last week the kallah and her mother went shopping for the wedding. They returned home after just one hour since there wasn’t enough money.

It is just eight weeks before the wedding and they lack the required deposit for either a gown or furniture.

The whole family is devastated, and the shechina hakdoshe surely feels their pain.

They don’t have enough money for basics like groceries, much less for a wedding.

Please help this family in their despair.

In the zchus of helping , may you be zocheh to see health, wealth and nachas in your home!!!

Recent Donations

effective amount

Be the first to donate to this cause